From Wikipedia, the free encyclopedia
דער בעל שם טוב - רבי ישראל בן אליעזר זצ"ל - האט געלעבט אין א צייט וואס עס האט געהערשט א געוואלדיגן טריקנקייט ביי יידישע קינדער, דערפאר האט ער געגרינדערט דעם וועג פון חסידות אריין צוברענגען א לעבען אין די מצוות און מעשים טובים פון יידישע קינדער, אזוי ווי דער בעש"ט האט געזאגט, "ער איז אראפ געקומען אויף די וועלט אריין ברענגען א לעבען אין טריקענע ביינער".
נאך דעם וואס דער בעש"ט איז באקאנט געווארן אויף די וועלט, האט זיך ארום אים צוזאמען גענומן א חבריא קדישא פון תלמידים גרויסע גאונים, צדיקים און באהאלטענע ל"ו צדיקים, זיך צו דערקוויקן און דערהייבן צו גאר הויכע מדרגות און עבדות השם.
צווישן זיינע תלמידים איז פארהאן א זעלכע וואס זענען שפעטער אליין באקאנט געווארן אלס רבי'ס און רבנים און פארפאסער'ס פון ספרים, ס'איז אבער אויך געווען אזעלכע וואס ס'איז דעווייל ווייניג באקאנט איבער זיי.
לויט דעם סדר פון א"ב
רבי אברהם גרשון פון קיטוב (ה'תס"א - ה'תק"ך), רב אין בראד.
רבי אריה לייב פון שפאלע (ה'תפ"ה - ו' תשרי ה'תקע"ב).
רבי ברוך פון מעזשביזש (ה'תקי"ג - י"ח כסלו ה'תקע"ב).
רבי דוב בער פון מעזריטש (ה'ת"ס - י"ט כסלו ה'תקל"ג), מגיד פון מעזריטש.
רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו (ה'תפ"א - כ"ה אלול ה'תקמ"ו), מגיד אין זלאטשאוו.
רבי יעקב יוסף פון אוסטראה ( - כ' תשרי ה'תקנ"א), מגיד פון אוסטראה.
רבי יעקב יוסף פון פולנאה (ה'תנ"ה - ה'תקמ"ב), רב אין פולנאה.
רבי יעקב קאפל חסיד ( - ט"ו אלול ה'תקמ"ז), פון קאלאמייע
רבי יצחק פון דראהאביטש ( - ז' ניסן ה'תק"י), מגיד אין דראהאביטש.
רבי מאיר (הגדול) פון פרעמישלאן ( - כ"ב מנחם אב ה'תקמ"א)
רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק (ה'ת"ץ - א' אייר ה'תקמ"ו), רבי פון וויטעבסק.
רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל (ה'ת"ץ - ה'תקנ"ח), מגיד פון טשערנאביל.
רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו (ה'תק"ח - י"ז אייר ה'תק"ס), פון סדילקאוו.
רבי נחמן פון האראדענקע ( - ב' תמוז ה'תקכ"ה).
רבי פנחס שפירא (ה'תפ"ח - י' אלול ה'תק"ן), פון קאריץ.
רבי צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוב (ה'תפ"ה - ז' טבת ה'תק"ם).
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.